/r/nishtYidish
אַ קהילה װאו מע רעדט א ו י ף אידיש, אָבער לאו־דװקא ו ו ע ג ן אידיש. ספּאָרט, קאָמפּיוטערס, מוזיק, פֿילם אא״װ די קהילה איז סעקולאַר: מע מעג זײַן אָדער אַ פֿרומער אָדער אַ פֿרײַער, אָבער קײַן זידלען זאָל מע נישט קריגן, פֿאַרשטײט? מע מעג יאָ קאָרעקטירן דאָס ייִדיש פֿון אַ צװײטן, נאָר מיט כּבֿוד! אונדזער ציל איז דאָס שאַפֿונג פֿון אַ מאָדערנער אידישער קולטור. ברוכים־הבאים, און רעדט געזונטערהײט!
אַ קהילה װאו מע רעדט א ו י ף אידיש, אָבער לאו־דװקא ו ו ע ג ן אידיש. ספּאָרט, קאָמפּיוטערס, מוזיק, פֿילם אא״װ די קהילה איז סעקולאַר: מע מעג זײַן אָדער אַ פֿרומער אָדער אַ פֿרײַער, אָבער קײַן זידלען זאָל מע נישט קריגן, פֿאַרשטײט? מע מעג יאָ קאָרעקטירן דאָס ייִדיש פֿון אַ צװײטן, נאָר מיט כּבֿוד! אונדזער ציל איז דאָס שאַפֿונג פֿון אַ מאָדערנער אידישער קולטור. ברוכים־הבאים, און רעדט געזונטערהײט!
/r/nishtYidish
איך בין נאך נעבעך פארשטעקט אין די פרומע געמיינדע איך זיך א וועג ארויס איינער האט א עצה emergency
פֿאַרשטייט זיך אַז די רציחה וואָס פּאַסירט איצט אין ארץ־ישׂראל צעחושט דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק איבער גאָר דער וועלט. די נײַעס איז נישט צו גלייבן, און דער שמועס וועגן די אָ שרעקלעכע געשעענישן אויף דער אינטערנעץ האָט מיך ממש שאָקירט.
וואָס מאַכט איר? האָט איר זיך שוין פֿאַרבונדן מיט די קרובֿים וואָס וווינען אין לאַנד? איך האָף זייער שטאַרק אַז זיי זײַנען אלע זיכער און געזונט.
וואָס מאָכט איר, אָנטייל־נעמערס פֿון ר\נישט־ייִדיש? איך האָב אַ חשק צו ווערן מער אַקטיוו דאָ, ווײַל אַ מאָל קען דער גרויסער סוברעדיט זײַן עפּעס אַ קאָפּווייטיק 😅 נו, וואָס איז די נײַעס בײַ אײַך? ס׳וועט באַלד אָנהייבן מײַן סעמעסטער, און איך פֿאַרשרײַב אויף עטלעכע ייִדיש־קורסן סײַ וועגן ליטעראַטור/קולטור סײַ לגבי שפּראַך גופֿא. און כ׳מוז טראַכטן וועגן מײַן מאַגיסטער־אַרבעט וואָס וועט אַוודאי האָבן אַ שײַכות מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. כ׳קוק אַרויס אויף אַ ביסל שמועסן; האָט נישט קיין מורא מיר צו שרײַבן דאָ עפּעס אַן ענטפֿער! ס׳קען זײַן וועגן וואָס איר ווילט. ביכער, לעבן, אַבי איר האָט עס ליב!
איך זיך פלאצן אין די ינטערנעט און פיזיש וועלט װוּ מען רעדט יידיש. טאנדעם האט נישט כמעט גארנישט אבער איך האב גערעד מיט א ייד א ביסלעך. איך וויל נעמען א קלאס און וויל באשריבן דאָ. דארפסטו אנדערע ערטער? מיםפיידזש אויפן פייסבוך? בעמערקונג אפטיילונג פונעם פארווערץ?
א דאנק!
װער האָט זיך נעכטן צוגעקוקט צום ייִדישלאַנד ליד־פֿאַרמעסט?
אונדז האבמיר א רשימה וואס געמאכט געווארן צו באענדיקן זייער א לאנגער ארבעט צו מאכן א ווערבוך פון טעכנאלאגישע טערמינאלאגיע לגבי קאמפיוטעריי אבער מיר דארפן מער מענטשן!
אז איר האט א גוט שפראכגעפיל אויף יידיש און ווייסט גוט וועגן קאמפיוטעריי (פראגרמירן, מעכאנישע באשטאנדטיילן אא״וו) מיר ווילן הערן פון אייך!
אויף די־א מאמענט האנדלען מיר מיט א 10 ווערטער פער וואך. עס איז שוין א סך געשריבן און מע דארף נאר געוויינטלעך באשליסן פון א פאר אפציעס.
שיקטס א בליצבריוו צו Chaim@ChiddushProductions.com געבוירנע רעדער נאך בעסער!
ווער זײַנען די מענטשן וואָס אַבאָנירן זיך אויפֿן סוברעדיט? ווי זײַט איר געקומען צו ייִדיש? וואָס טוט אײַך טאָגטעגלעך? ווילט שמועסן? נו, מאַכט אַ באַמערקונג!
כ׳בין אַ גראַדויר סטודענט אין ייִדישע לימודים און כ׳וואָלט ליב האָבן מער ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים, אַפֿילו נאָר אויפֿן אינטערנעץ ל׳׳אָל. איך שטודיר ייִדישע ליטעראַטור, בפֿרט סאָוועטיש־ייִדישע מאַטעריעלן. אַ פּאָר פֿון מײַן באַליבטע מחברים זײַנען בערגעלסאָן, דער נסתּר, און קולבאַק. אַנומלט לייען איך אַ סך פֿון ארן ווערגעליס אין סאָוועטיש היימלאַנד.
א כשר און פריילעכן פסח!
איך האָב טאַקע נישט װאָס צו זאָגן, אָבער איך האָב ליב דאָס געדאַנק צו בױען דאָ אַ שטאַרקער געמיינדע. איך בין אַ מיטפגלידער פֿון פֿאַרשיידענע ידישע גרופּעס, אָבער נישט קיין אײַנער פֿון זיי פֿילן מיך װי אַן עכטע קהילה.
אַ באַמערקונג:
איינס אָדער צװיי מאָל אַ חודש, שפּיל איך יידישע מוזיק אין אַ לאָקאַל יידישער רעסטאָראַן. אַיעדער גיג, כאָטש איינער פֿון די עולם װעט מיר צוקומען צו זאָגן זײַער באָבע/מאַמע/זיידע/טאַטע רעדט יידיש. װאָס איז אינטערעסאַנט אָדער אפֿשר מער טרױעריק איז װען די קרובֿ איז דאָרט מיטגעקומען, װאָלטן זיי רעדן רבֿ צייט בעצם נישט קיין יידיש. כאָטש נישט גענוג צו מיר זאָגן אַ פּאָר װערטער. מײַן געדאַנק איז, װען מע מאַכט אַן אױספֿרעגן פֿון אַלע די יידן אין די פֿריי װעלד װער מיינט אַז זיי האָבן געװיסע 'יידיש־רעדנדיקע קרובֿים', אױב זיי האָבן יאָ אָדער ניין אַזאַ קרובֿים, װאָלטן מיר זען אַז די מעשׂיות װאָס מיר דערציילן זיך זענען נישט אמת. נו, חבֿרה ס'איז גוט צו נוצן אונדזערע שפּראַך פֿאַר מיר דעם פֿאַרלױרן
לאמיר שפילן עפעס א קליין שפילכל. יעדער מיטגליד וואס זעט דעם דאזיקן פאסט זאל מאכן איין גרינג פאסט. א מים, פאר וואס איר רעדט יידיש, אייער באליבסטע פילם (אויף אלע שפראכן), סארנע קונסט וואס איר ווילט מער פון עם אויף יידיש, א מעשה אא״וו. קען זיין קורץ אבער איך וויל זען א סך דא! און אלעס אויף יידיש!
מיט 100 פאסטס, מען קען טאקע האבן נייע שטאף מיט וואס צו בויען אונדזער ק״ק. מימס איז נישט גענוג מיינע ברידער און שוועסטער. ווייזטס מיר ווער עץ זענט!